מאך אויף דעם טויער פון ליבשאפט אן א שיעור
און בענטש אונז אלע מיט ברכות נאר פון דיר
מאך אויף דעם טויער פון גאולה אזוי ברייט
און רעד מיט אונז ביז יעדער הארץ פארשטייט
מאך אויף דעם טויער און נעם אן אונזער דאנק
ותן חלקנו די נשמה'לה פארלאנגט
מאך אויף דעם טויער פון שירה און געזאנג
נעם אונז ארום אן קיין סיבה און געדאנק
היט אויף מיר
כ'האב מיך דערווייטערט גאר אסאך פון דיר
איך וויל דיר זאגן וואס איז אי מיין הארץ
וואס זענען ווערטער געשטעלט
ס'ליגט נישט נאר אויף מיר
וועל איך בעטן עפן אויף די טיר
וואס נאך איז דא
וואס נאך איז דא אויף דער וועלט
מאך אויף דעם טויער פון טהרה און
הייליגקייט
און ברענג צוריק יעדער קינד וואס איז אפגעשיידט
מאך אויף דעם טויער פון כפרה פאר א איד
און לערן אונז אויס צו וועהלן וואס איז גוט
מאך אויף דעם טויער די מזל זאל זיין שיין
אונזער ניגונים אין היכל לאז אריין
מאך אויף דעם טויער פון מחילה פאר'ן זינד
ביז יעדער בריאה צו'ם רבש"ע זינגט
היט אויף מיר
כ'האב מיך דערווייטערט גאר אסאך פון דיר
איך וויל דיר זאגן וואס איז אי מיין הארץ
וואס זענען ווערטער געשטעלט
ס'ליגט נישט נאר אויף מיר
וועל איך בעטן עפן אויף די טיר
וואס נאך איז דא
וואס נאך איז דא אויף דער וועלט
מאך אונז אויף, דערהער אונזער קול
מ'אטעמט אפ בין קודש לחול
קול דודי ער קלאפט, איך האב מיך אויפגעכאפט
איך קום שוין אזוי נאנט, נעם מיך אן
היט אויף מיר
כ'האב מיך דערווייטערט גאר אסאך פון דיר
איך וויל דיר זאגן וואס איז אי מיין הארץ
וואס זענען ווערטער געשטעלט
ס'ליגט נישט נאר אויף מיר
וועל איך בעטן עפן אויף די טיר
וואס נאך איז דא
וואס נאך איז דא אויף דער וועלט